‘שבע שבתות תמימות’

Print Friendly, PDF & Email

דער חידוש פון ר’ יעקב פולאק

 

שבועות ווארט מען מיט קידוש בין נאכט. אנדערע ווארטן אפילו מיט דאווענען מעריב. פארוואס? ווייל מיר דארפן אנהויבן שבועות נאך די פולע זיבן עומר-וואכן. אויב מיר הויבן אן שבועות ווען ס’איז נאך טאג, זיינען די “שבע שבתות” נישט קיין “תמימות”.

דאס דאזיקע פירעכץ שטייט נישט אין דער גמרא. געפינט זיך נישט ביי די גאונים און נישט ביי די ראשונים. אט דער נוהג איז א חידוש פון א גרויסן גאון, וואס האט געלעבט ביים סוף פון דער תקופה פון די ראשונים: רבי יעקב פולאק.

לכאורה איז זיין סברא וועגן “תמימות” א פשוט’ע און א גלייכע, אבער ביז ער איז געקומען האט דאס קיינער נישט געזאגט. נאך דעם ווי ער האט דאס געזאגט, האט זיך דאס פירעכץ צו ווארטן אנגעהויבן צו פארשפרייטן. היינט פירן זיך אזוי אלע פרומע אידן, סיי אשכנזים און סיי ספרדים.

ווער איז געווען ר’ יעקב פולאק? ער ווערט באטראכט ווי איינער פון די וואס האבן געמאכט פוילן דעם גרעסטן צענטער פון תורה. ווען ער איז געווען רב און ראש-ישיבה אין קראקע, איז דער לימוד פון תורה אין פוילן שטארק געשטיגן און דאס לאנד האט אנגעהויבן ארויסגעבן רבנים וואס האבן געשמ’ט אין דער אידישער וועלט.

רבי יעקב פולאק איז געווען דער רבי פון ר’ שלום שכנא פון לובלין, וואס איז געווען דער רבי און שווער פון ר’ משה איסערליש (דער “רמ”א”). כמעט אלע גרויסע פוילישע רבנים פון זיין צייט זיינען געווען תלמידים פון ר’ שלום שכנא.

מערסטע ספרים וואס רעדן וועגן ווארטן שבועות ביז נאכט דערמאנען נישט ר’ יעקב פולאק. דער של”ה דערמאנט זיין חידוש מיט זיין נאמען דריי מאל. איין מאן אין זיינע “ליקוטים” אין זיין פאטער’ס “עמק ברכה”, אן אנדער מאל אין זיין אייגענעם גרויסן חיבור, און א דריטן מאל אין זיין סידור. ער שרייבט: “איך האב בקבלה פון מיין רבי’ן, מהר”ש פון לובלין (געמיינט ר’ שלמה ר’ לייבוש’ס, וועלכער איז געווען א תלמיד פון ר’ שלום שכנא), וואס האט מקבל-געווען איש מפי איש, פונ’ם גאון ר’ יעקב פולאק, צו ווארטן די ערשטע נאכט פון שבועות מיט קידוש און עסן ביז צאת הכוכבים…”.

ר’ יעקב פולאק איז געווען פארמישט אין צוויי גרויסע רבנישע מחלוקת’ן.

ווען ער האט אנערקענט דעם “מיאון” פון א קטנה, זיינען ארויסגעטראטן קעגן אים די גאוני הדור, צווישן זיי זיין רבי, ר’ יעקב מרגלית פון נירענבערג, און האבן אים אריינגעלייגט אין חרם, פאררופנדיק זיך אויף ר’ מנחם מערזעבורק’ס גזירה נישט ממאן צו זיין. ר’ יעקב פולאק איז נישט נתפעל געווארן און האט זיך געהאלטן ביי זיינס (דער רמ”א פסק’נט אין דעם ענין ווי ר’ יעקב פולאק. זע שולחן-ערוך, אבן העזר, סימן קנ”ה סעיף כ”ב).

יארן שפעטער איז ר’ יעקב פולאק אריינגעצויגן געווארן אין א גרויסער מחלוקת וואס איז פארגעקומען אין איטאליע. ער האט שטארק קריטיקירט ר’ אברהם מינץ און אים געלייגט אין חרם.

ר’ דוד גאנז, א תלמיד פון רמ”א, שרייבט אין זיין “צמח דוד” וועגן ר’ יעקב פולאק, אז ער איז געווען בארימט פון איין עק וועלט צו דער אנדערער. ער לייגט-צו: “מען זאגט, אז ר’ יעקב פולאק איז געווען דער ערשטער וואס האט מיט זיין גרויס חריפות געשאפן דעם חלוקים-פלפול, וואס די ראשי-ישיבות אין די היגע לענדער נוצן זיך מיט אים – פון זיין צייט ביז היינט – כדי צו שארפן די מוחות פון זייערע תלמידים…”.

יצחק בער לעווינסאן גיט-איבער אין זיין “בית יהודה”: איינמאל האבן די תלמידים פון ר’ יעקב פולאק ארויסגעריסן עטלעכע בלאט פון זיין גמרא. ווען ער האט געזאגט דעם שיעור, האט ער זיך גאר נישט געכאפט אין דעם חסרון. מיט זיין שארפער חריפות האט ער צונויפגעבונדן צוויי שטיקלעך גמרא וואס האבן נישט קיין שייכות איינע צו די אנדערע.

(דאס זעלבע דערציילט מען פון דעם גרויסן חריף ר’ ארי’ לייבוש צינץ. דער חידושי הרי”ם פלעגט קומען צו זיינע שיעורים. נאך דער מעשה פון צונויפשטעלן צוויי פארשיידענע סוגיות, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו אים).

סיי ר’ יעקב פולאק און סיי זיין גרויסער תלמיד, ר’ שלום שכנא, האבן נישט איבערגעלאזט קיין חיבורים און פסקים. שרייבט וועגן דעם ר’ ישראל, דער זון פון ר’ שלום שכנא (שו”ת הרמ”א סימן כ”ה): גרויס איז געווען זייער עניוות. זיי האבן געוואוסט, אז אויב זיי וועלן איבערלאזן תשובות און פסקים, וועט מען פסק’ענען ווי זיי, לויט דעם כלל “הלכה כבתראה”, און זיי האבן נישט געוואלט מען זאל זיך אויף זיי סומך זיין.

ר’ יעקב פולאק איז געווען א גרויסער חריף. ער האט אויך געהאט א שארפע צונג און פעדער, דאס זעט מען פון לשון פון זיין חרם אויף ר’ אברהם מינץ.

דער ב”ח ברענגט (טור, אורח חיים, סימן צ”א), אז ר’ יעקב פולאק האט געטייטשט דעם פסוק (תהלים לו, יב) “אל תבואני רגל גאוה ויד רשעים אל תנידני” אויף די וואס קומען אין שוהל מיט פאנטאפל, פון וועלכע מען זעט אויס די פיאטעס און טראגן הענטשיקעס ביים דאווענען. (דער דאזיקער ווארט געפינט זיך אין עלטערע ספרים, אבער ווייזט-אויס, אז אויך ר’ יעקב פולאק האט דאס געזאגט).

אין אן אלטן כתב-יד (שטיינשניידער אין בריל’ס יארביכער, באנד 9) ווערט געברענגט: א איד האט געהייסן “חיים”. האט מען אים צוגעלייגט א רי”ש און אים גערופן “ר’ חיים”. דאס האט פארדראסן ר’ יעקב פולאק, ווייל לויט אים איז דער איד נישט ראוי געווען צו דעם. האט ער געאזט: “פסיק רי”ש ולא ימות” (זע גמרא שבת עה, א) – האקט אפ דעם רי”ש און רופט אים סתם “חיים” (“ולא ימות” מיינט “חיים”).

אלגעמיינער זשורנאל

June 2, 1995