“לערנסטו תורה, טוסטו צדקה און חסד?”

Print Friendly, PDF & Email

א מעשה וועגן פיר גדולי ישראל

 

ר’ ברוך עפשטיין, דער מחבר פון “תורה תמימה”, דערציילט אין זיין חיבור “מקור ברוך” (פערטער טייל), א מעשה מיט דעם גאון ר’ יאשע בער בריסקער זצ”ל, וואס ער אליין איז געווען דערביי.

ר יאשע בער איז געקומען אויף א באזוך קיין מינסק. איז צוגעקומען צו אים א געוועזענער תלמיד זיינער, וואס האט חתונה געהאט אין די שטאט מינסק און האט זיך דארט באזעצט.

פרעגט אים ר’ יאשע בער: וואס טוסטו?

ענטפערט יענער אז ער פירט א געשעפט און, ברוך השם, ער איז מצליח.

גייען אריבער א פאר מינוט און ר’ יאשע בער פרעגט אים די זעלבע פראגע: “וואס טוסטו?”.

גיט אים דער געוועזענער תלמיד דעם זעלביקן ענטפער.

גייען ווידער אריבער אטלעכע מינוט און ר’ יאשע בער פרעגט אים נאך אמאל: “וואס טוסטו?”

וואונדערט זיך דער יונגערמאן און זאגט: “רבי, איך האט אייך שוין צוויי מאן געענטפערט אויף אייער פראגע”.

איז אים ר’ יאשע בער מסביר וואס ער האט געוואלט וויסן פון אים:

“איך האב דיך געפרעגט וואס דו טוסט. פרנסה מאכט דער רבונות של עולם. פרנסה איז נישט אינעם רשות פון מענטש, נאר ליגט אין די הענט פונעם אויבערשטן. דער מענטש קען נאר טאן וואס איז אין זיין רשות און אין זיין בחירה. איך האב געוואלט וויסן ‘וואס דו טוסט’. ביסטו מקיים מצוות? דו לערנסט תורה, גיסטו צדקה, פירסטו זיך אויף מיט יושר מיט אנדערע מענטשן?”

ר’ ראובן מרגליות דערציילט אין זיין ספר “שיחות חכמים”, גענוי די זעלבע מעשה פון ר’ נפתלי צבי יהודה בערלין (דער נצי”ב) און זיינעם א געוועזענעם תלמיד, וואס האט אין זיין יוגנט געלערנט ביי אים אין וואלאזשין. דער געוועזענער תלמיד האט געענטפערט אויף דעם נצי”ב’ס פראגע אז ער איז, ברוך השם, געזונט און האט פרנסה. “געזונט און פרנסה קומט פון השם יתברך. איך וויל וויסן וואס דו טוסט”, האט אים דער נצי”ב געגעבן צו פארשטיין.

חיים בלאך, ווידער, דערציילט אין זיין דייטשן חיבור “דאס יודישע פאלק און זיינער אנעקדוטע” (בערלין, 1931) די דאזיקע מעשה פון ר’ עקיבא אייגער, מיט זיינעם א געוועזענעם תלמיד, וואס האט חתונה געהאט אין ווארשע און איז געקומען אויף א באזוך אין פאזען.

מיט עטלעכע יאר צוריק האט ר’ שמואל דאום, א באקאנטער מחנך, וואס איז געווען אקטיוו אין פארשיידענע לענדער, אפגעדרוקט אין דער שווייץ אין דייטש זיינע “עיונים אויף פרקי אבות” (פרקים א-ב, 1990). דער חיבור איז געפאקט מיט פירושים, גוטע ווערטער און מעשיות פון גדולי ישראל. ברענגט ער דארט די מעשה וואס, ווי מיר האבן געזען, ווערט דערציילט אויף ר’ יאשע בער, דעם נצי”ב און ר’ עקיבא אייגער… דווקא פון א חסידישן גדול: ר’ דוד משה פון טשארטקאוו, א זון פון הייליקן ריזשינער, זצ”ל.

דריי מאל האט ר’ דוד משה געפרעגט זיינס א מענטש: וואס טוסטו? און יענער האט זיך נישט געכאפט וואס דער רבי מיינט, ביז ר’ דוד משה האט אים אויפגעקלערט: “דו האסט מיר נישט געענטפערט אויף מיין פראגע. דו האסט מיר געזאגט, אז דו ביסט, ברוך השם, געזונט און ביסט מצליח אין דיינע געשעפטן. דאס טוט דער אויבערשטער און נישט דו. איך האב דיך געפרעגט וואס דו טוסט: לערנסטו תורה? טוסטו צדקה און חסד? וואו האלטסטו מיט דיין אידישקייט? אויף דעם אלעם האסטו מיר קיין ענטפער נישט געגעבן”.

אלגעמיינער זשורנאל

September 6, 1996