זיי זיינען געגאנגען אנגעטאן אין זעק אין די דריי וואכן

Print Friendly, PDF & Email

צווי גדולי ישראל. וועלכע האבן געלעבט אין איין תקופה. זיינען געגאנגען אנגעטאן אין זעק אונטער זייערע קליידער, צוליב זייער גרויסן טרויער אויפן חורבן בית המקדש און דעם גלות פון דער שכינה.

נישט איין טאג אין יאר – תשעה באב, נישט נאר דריי וואכן, – די בין המצרים טעג, האבן זיי זיך אזוי געפירט, נאר א גאנץ יאר.

ר’ יחזקאל לאנדא, דער מחבר פון שאלות ותשובות “נודע ביהודה” און אנדערע וויכטיקע ספרים, איז געווען רב פון פראג כמעט פערציק יאר. זיין תלמיד, ר’ אלעזר פלעקלש, וועלכער איז געווען א דיין אין זיין בית-דין, גיט איבער אין זיין הספד אויף זיין רבי’ן, אין איינעם פון די שוהלן פון פראג, אז ביז זיין הויכן עלטער האט דער “נודע ביהודה” געטראגן א זאק אויף זיין קערפער.

ר’ אלעזר פלעקלש דערציילט נישט פארוואס זיין רבי האט זיך אזוי נוהג געווען. אבער דאס איז קלאר פאר יעדן איינעם וואס לייענט דעם הספד, ווי אויך דעם הספר וואס ר’ אלעזר פלעקלש האט געהאלטן אין בית החיים ביי דער קבורה פון זיין רבי’ן. דער תלמיד האט דערמאנט אין זיינע הספדים, – וואס זיינען געדרוקט אין זיין ספר “עולת חודש”, חלק ג’ – דעם נודע ביהודה’ס שטארקע אבלות אויפן חורבן בית המקדש.

“פוז שבעה עשר בתמוז ביז ראש חודש אב האט ער נישט גענומען אין מויל קיין עסנווארג וואס קומט פון א דבר-חי. פון ראש חודש אב ביז תשעה באב האט ער געגעסן נאר טרוקן ברויט, באדעקט מיט אש. אזוי האט ער זיך נוהג געווען ביז ער איז געקומען אויף דער עלטער. ביז קורץ פאר זיין פטירה איז נישט אריבער קיין נאכט ווען ער האט נישט אפגעריכט תיקון חצות, געקלאגט און געוויינט אויפן חורבן און אויף שכינתא בגלותא”.

און ווייטער:

“פון אנהויב תשעה באב ביזן סוף פונעם תענית, האט ער געהאלטן אין איין זאגן קינות, קלאגן און זיפצן. ער איז געווען אפגעגאסן מיט טרערן. א שרעק האט אנגעכאפט יעדן איינעם וואס איז פארביי געגאנגען די שוהל און האט געהערט זיין גרויס געיאמער”.

לאמיר דא צוגעבן, אז אין זיין ספר צל”ח אויף מסכת ברכות (דף נ”ח ע”ב) מוסר’ט דער “נודע ביהודה” אידן וואס בויען פאר זיך שיינע הייזער, אזוי ווי פריצים, און פארגעסן דעם חורבן (דער דאזיקער ענין געפינט זיך נישט אין אלע אויסגאבעס פון צל”ח).

דער “נודע ביהודה” האט אנגעזאגט אין זיין צוואה אויסצושפרייטן ארץ ישראל עוד – וואס ער האט זיך געהאט צוגעגרייט ביים לעבן – אויף זיין קערפער.

ב.

אויך פון ר’ מרדכי באנעט זצ”ל ווערט דערציילט, אז ער איז געגאנגען אנגעטאן א זאק אונטער זיינע קליידער (זע “בן יכבד אב”, פון משה מנחם וואלדען, און “פאר מרדכי”, פון הרב דר. ראובן פרבר).

ר’ מרדכי באנעט איז געווען פערציק יאר אלט אין יאר תקנ”ג (1793), ווען דער “נודע ביהודה” איז נפטר געווארן. ער האט געדינט אין פארשידענע קהילות. במשך פערציק יאר איז ער געווען רב און ראש ישיבה אין ניקלסבורג, און הויפט-רב פון מעהרן.

ער האט קיינעם נישט דערציילט אז ער גייט אנגעטאן אין א זאק. אפילו זיינע בני-בית האבן נישט געוואוסט דערפון. אויך ר’ פרץ, זיין איבערגעגעבענער משרת, וועלכער האט אים משמש געווען א סך יארן, האט אפנים נישט געוואוסט דערפון.

בלויז די טאכטער, וואס האט געוואשן די זעק, האט געוואוסט. ווען דער סוד איז נתגלה געווארן נאכן רב’ס פטירה, האבן די רייכע אידן פון ניקלסבורג געקויפט די זעק פאר גרויסע סומעס געלט. זיי האבן פאר זיך געלאזט מאכן פון זיי תכריכים, גלויבנדיק אז דער מלבוש אבלות פון זייער הייליקן רבי’ן וועט אויף זיי מגין זיין נאך זייער פטירה.

אלגעמיינער זשורנאל

July 15, 1994