חנוכה מנהגים פון די אידן פון אלעפא

Print Friendly, PDF & Email

א.

די אידישע קהילה פון אלעפא אין סיריע איז פון די עלטסטע אין דער וועלט. די אידן פון שטאט אידענטיפיצירן אלעפא מיט ארם צובא, וואס ווערט דערמאנט אין תנ”ך. זיי שרייבן איר נאמען מיט ראשי תיבות: אר”ץ.

אין דער שטאט איז געווען א גאר אלטע שוהל, וואו ס’האט זיך געפונען א תנ”ך, דער “כתר ארם צובא”, וואס איז געשריבן געווארן מיט מער ווי טויזנט יאר צוריק, און וואס איז געווען זייער וויכטיק כדי צו וויסן די ריכטיקע מסורה. נאך דעם ווי די יו-ען האט באשלאסן, אין נאוועמבער 1947, צו שאפן א אידישע מדינה אין ארץ-ישראל, האבן די אראבער פון אלעפא באפאלן זייערע אידישע שכנים און אונטערגעצונדן די אלטע שוהל. ס’איז דאן געווען א קלאנג, אז דער אלטער תנ”ך איז געווארן פארברענט, אבער אין דער אמת0ן איז ער נאר געשעריקט געווארן. די אידן פון שטאט האבן אים געראטעוועט, אויסבאהאלטן ביי זיך, און אין עטלעכע יאר ארום אים ארויסגעשמוגלט פון סיריע און געבראכט קיין ארץ-ישראל.

אין אלעפא האבן געלעבט גרויסע רבנים און תלמידי חכמים. “ר’ ברוך מארץ יון”, א פארצייטיקער מפרש פון דער גמרא, וואס האט געשטאמט פון אייראפע, האט זיך באזעצט אין אלעפא. דארט האט אויך געוואוינט ר’ יוסף ב”ר יהודה, א תלמיד פונ’ם רמב”ם. פאר אים און זיינס גלייכן האט דער רמב”ם מחבר געווען דעם “מורה נבוכים”. אין די לעצטע הונדערטער יארן האבן געלעבט אין אלעפא ר’ מרדכי כהן, מחבר פון “שפתי כהן” אויף תורה, ר’ חיים כהן, א תלמיד פון ר’ חיים וויטאל, וואס האט געמאכט א פירוש אויף שולחן ערוך אורח חיים בדרך הקבלה; די רבנים פון דער לאניאדו משפחה, און פיל אנדערע גרויסע רבנים און מקובלים.

הונדערטער יארן איז אלעפא געווען א צענטער פון האנדל. אידן האבן געשפילט א גרויסע ראלע אין מסחר פון דער שטאט. אידן וואס מעט האט פארטריבן פון שפאניע, ווי אויך אידן פון אנדערע מדינות פון אייראפע, וועלכע האבן זיך באזעצט אין אלעפא, האבן דארט געפירט גרויסע געשעפטן. זייער מסחר איז געווען פארשפרייט איבער דעם גאנצן נאענטן מזרח.

ווי אלע אלטע קהילות האבן די אידן פון שטאט ספעציעלע מנהגים. שבועות לייענט מען נישט נאר מגילת רות, נאר אויך משלי.

די אידן פון שטאט האבן אויך זייער אייגענעם “פורים”. מיט העכער הונדערט יאר צוריק איז נעלם געווארן א גואישער יוגנטלעכער. מען האט באלד באשולדיקט די אידן, אז זיי האבן אים געהרג’עט כדי צו נוצן זיין בלוט פאר די מצות. אידם זיינען געווען אין א גרויסער סכנה. איין וואך נאך שבועות איז דעם רב פון שטאט, רבי חיים מרדכי לבטון, געוואויר געווארן דאס ארט וואו די שונאי ישראל האבן אויסבאהאלטן דעם יוגנטלעכן. עד האט דאס איבערגעגעבן צו די פירער פון שטאט, וועלכע האבן טאקע דארט געפונען ביים לעבן דעם כלומר’שטן “קרבן” פון די אידן.

ב.

די אלעפא’ער אידן האבן אויך ספעציעלע חנוכה-מנהגים. די ספרדים פון אלעפא, דאס הייסט, די אידן פון שטאט וואס שטאמען פון די פארטריבענע שפאנישע אידן, וועלכע האבן זיך באזעצט אין אלעפא, צינדן אן אין חנוכה א באזונדער ליכט. די דאזיקע ליכט שטעלן זיי אוועק ביים שמש. קומט אויס אז די ערשטע נאכט חנוכה צינדן זיי אן איין חנוכה ליכט און צוויי שמשים, די צווייטע נאכט צוויי ליכט און צוויי שמשים, די דריטע נאכט דריי ליכט און צוויי שמשים, און אזוי ווייטער ביז דער לעצטער נאכט, ווען זיי צינדן אכט מנורה ליכט און צוויי שמשים.

וועגן דעם מנהג האב איך געהערט דאס ערשטע מאל אין ישראל, מיט אן ערך דרייסיק יאר צוריק, פון צוויי אלטע חשובע רבנים, וואס האבן געשטאמט פון אלעפא. ר’ עובדיה הדאיה ז”ל, וועלכער האט מחבר געווען ספרים און איז לאנגע יארן געווען א מיטגליד פון דער רבנות הראשית פון ישראל, און ר’ אברהם סאלם ז”ל, וועמענס פאטער, ר’ אברהם ז”ל, האט אנגעפירט מיט “בית אל”, די ישיבה פון די מקובלים אין ירושלים.

זיי האבן מיר דערציילט אז א גרופע פון אידן וואס זיינען פארטריבן געווארן פון שפאניע האבן געוואנדערט פון לאנד צו לאנד און האבן קיין מנוכה נישט געפונען, ביז זיי זיינען געקומען קיין אלעפא, וואו זיי האבן זיך באזעצט. זיי האבן דעמאלט באשלאסן אנצוצינדן אלע טעג פון חנוכה א ספעציעלע ליכט, ווי אן אויסדרוק פון דאנק צום רבונו של עולם פאר זיין גרויסן חסד.

די אידישע קהילה פון אלעפא איז אמאל געווען זייער גרויס, אבער אין די לעצטע דורות האבן כמעט אלע פארלאזט די שטאט, נאר א קליין רעשטל איז פארבליבן. דער עקאנאמישער נידערגאנג פון דער שטאט און די ליבשאפט פון אידן צו ציון האבן גורם געווען צו דער אויסוואנדערונג.

אין די לעצטע פופציק יאר זיינען דערצו צוגעקומען די רדיפות וואס די אידן אין סיריע ליידן פון די הערשער אין לאנד. היינט וואוינען א סך אלעפא’ער אידן, נישט נאר אין ישראל, נאר אויך אין ניו-יארק, אין צענטראל און דרום-אמעריקע, ווי אויך אין איטאליע. אלעפא’ער אידן, וואס שטאמען פון די ספרדים, האלטן מסתמא אן דעם מנהג פון האבן צוויי שמשים אין חנוכה. אויך דא, אין ניו-יארק, זיינען פאראן ספרדים פון אלעפא, וואס פירן זיך אזוי”, האט מיר געזאגט ר’ יעקב קצין ז”ל, וועלכער איז געווען דער רב פון די סירישע אידן אין ניו-יארק.

פאראן אבער אויך ספרדים פון אלעפא, וואס היטן נישט אפ דעם דאזיקן מנהג, ווייל זיי זיינען נישט זיכער אויב ער האט א פארלעסלעכן מקור. ר’ עזרא עטיה ז”ל, וועלכער איז געווען דער ראש ישיבה פון דער ישיבה “פורת יוסף” אין ירושלים און האט געשטאמט פון די ספרדישע אידן פון אלעפא, האט מיר געזאגט: “איך האב ביי מיר אין דער היים בטל געמאכט דעם מנהג. איך האט גארנישט געפונען וועגן אים אין אונזערע ספרים”.

דער פאקט, אז אין ערגעץ ווערט נישט דערמאנט אז דער מנהג פון האבן צוויי שמשים נעמט זיך פון די ערשטע ספרדים וואס זיינען געקומען, נאך גירוש ספרד, קיין אלעפא, און האבן מיט דעם געוואלט ווייזן זייער דאנקבארקייט צו השם יתברך – איז גענוב סיבה מיר זאלן זיך פארטראכטן, אפשר איז פאראן אן אנדער טעם אדער מקור פאר אזא פירעכץ.

די גמרא זאגט (שבת כ”א עמוד ב’) “צריך נר אחרת להשתמש לאורה”, מען דארף אנצינדן נאך א ליכט (אחוץ די חנוכה ליכט) כדי מען זאל זיך קענען באנוצן מיט די ליכט (ווייל די חנוכה ליכט זיינען קודש, און אסור בהנאה). אשכנזים האבן גענוצט דעם “שמש” אי פאר א “שמש” אנצוצינדן די חנוכה-ליכט, אי פאר דעם “נר אחרת”. אין שפאניע פלעגט מען נוצן צוויי ליכט אויסער די חנוכה-ליכט, איין ליכט פאר דעם “שמש”, און אן אנדערן פאר “נר אחרת” (זע וועגן דעם אין נפתלי שטערנ’ס ארטיקל אין “ספר יעקב לסלוי” תל אביב, תשמ”ה.) שטערן פירט אויס, אז דער רוב פון די קהילות נוצן איין ליכט אויסער די חנוכה-ליכט, נאר אין עטלעכע קהילות, צווישן זיי די אידן וואס קומען פון אלעפא, איז פארבליבן דער מנהג פון האבן צוויי ליכט אויסער די חנוכה-ליכט.

לויט דעם דארף מען זאגן, אז די ספרדים, נאך זייער אנקומען קיין אלעפא, האבן דארט אנגעהאלטן דעם מנהג פון שפאניע אנצוצינדן צוויי ליכט אויסער די חנוכה-ליכט. במשך פון די דורות האבן זיי פארגעסן דעם אמת’דיקן טעם פון זייער מנהג און זעענדיק אז זייערע שכנים, די אידן פון דער אלטער קהילה אין זייער שטאט, צינדן נאר אן איין ליכט אויסער די חנוכה ליכט, האבן זיי געגלויבט, אז די צווייטע ליכט האבן מתקן געווען זייערע אבות אלס א דאנק צום רבונו-של-עום, ווען מען האט זיי געלאזט זיך באזעצן אין אלעפא.

לאמיר נאך צולייגן א פאר ווערטער וועגן אן אנדער חנוכה-מנהג פו די אידן אין אלעפא.

פאראן קהילות וואו מען צינדט-אן די חנוכה-ליכט אין שוהל אויך אין דער פרי (אן א ברכה) לשם פירסומי ניסא.

אויך אין אלעפא האט מען אנגעצונדן אין שוהל, אין די חנוכה-טעג, ליכט אין דער פרי, אבער דאס זיינען נישט געווען די חנוכה-ליכט, נאר “נרות הנשיאים”, די “ליכט פון די נשיאים”. אין די טעג פון חנוכה לייענט מען אין דער תורה וועגן די קרבנות, וועלכע די נשיאים פון די צוועלף שבטים האבן געבראגט, ווען מען האט באנייט דעם מזבח פון משכן. אין זכר פון די נשיאים האט מען אין אלעפא אנגעצונדן יעדן טאג חנוכה צוועלף ליכט פון שמן.

רבי מטלוב עבאדי ז”ל, וועלכער איז געווען א דיין פון די סירישע אידן אין ניו-יארק, האט מיר דערציילט, אז ער געדענקט דעם דאזיקן מנהג פון זיין יוגנט אין אלעפא, און אז דא, אין ניו-יארק איז אויך פאראן א שוהל פון אידן פון אלעפא, וואו מען איז זיך נוהג אנצוצינדן די “לכיט פון די נשיאים”.

אלגעמיינער זשורנאל

December 22, 1995