וועגן די מאראקאנער אתרוגים

Print Friendly, PDF & Email

אין דעם ערב סוכות פון “אלגעמיינעם זשורנאל” איז דערשינען א רעפארט אז די צאל-באאמטע האבן פארבאטן אריינפירן קיין אמעריקע א טראנספארט פון מאראקאנער אתרוגים ווייל לויט דעם אגריקולטור-דעפארטמענט זיינען די אתרוגים פול מיט ווערעם און זיינען א סכנה צום עסן.

דער רעפאט דערציילט ווייטער אז קאונסילמאן נח דיער האט מצליח געווען צו איעבצייגן ווייס-פרעזידענט גאר און דעם אגריקולטור-סעקרעטערי אז די אתרוגים ווערן נישט גענוצט צום עסן נאר פאר ריטועלע צוועקן.

דערלויבט מיר צו באמערקן, אז דער ענין איז ניט אזוי פשוט, א תנאי פאר די כשרות פון די אתרוגים איז די מעגלעכקייט צו קענען זיי עסן. ד.ה. א אתרוג איז כשר נאר דעמאלט ווען ס’איז פאראן לגבי אים – ווי די גמרא דריקט זיך אויס – א היתר אכילה (סוכה לה, א). אויב מען טאר נישט עסק די אויבן-דערמאנטע אתרוגים, אפילו ווען מען נעמט ארויס פון זיי די ווערעם – קען זיין אז זיי זיינען פסול, שוין אפגערעדט פון דער פראגע צי א אתרוג וואס איז פול מיט ווערעם קען באטראכט ווערן א הדר, און צי ס’איז רעכט צו קויפן מאראקאנער אתרוגים ווען דער מארקעט איז פארפלייצט מיט אתרוגים פון ארץ ישראל.

מיין באמערקונג איז פון א פשוט’ן לייענער פון אייער חשוב’ער צייטונג. ס’איז געוואונטשן אז א רב וואס גיט זיך אפ מיט שאלות זאל זאגן זיין מיינונג אין דעם ענין.

דערלויבט מיר אויך צו באמערקן, אז אין דעם ארטיקל פון אייער חשוב’ן מיטארבעטער צבי קאליץ אין דער זעלביקער ערב סוכות אויסגאבע, זייגען אריינגעפאלן צוויי קליינע דרוק פעלערן. די חכמי צפת וועלכע זיינען דערמאנט אין דעם ארטיקל האבן געלעבט אין זעכצענטן און נישט אין זיבעצנטן יארהונדערט. רבי שלמה אלקבץ איז נישט געווען דער שוואגער פון רבי יוסף קארו, נאר פון רבי משה קורדווירו.

אלגעמיינער זשורנאל

October 4, 1996