א פורים מעשה מיט אכט גאונים

Print Friendly, PDF & Email

מרדכי ליפסאן שרייבט אין זיין בוך “די וועלט יסל אריבערגעכאפט די מאס, און אין זיינע רייד האט ער אנגערירט דעם כבוד פון דעם ראש ישיבה, ר’ הערש לייב.

אויף מארגן, שושן פורים, האט זיך דער ישיבה-מאן, דער נכטיקער “פורים רב”, געכאפט אז ער האט באליידיקט דעם ראש ישיבה. איז ער אריין צו ר’ הערש לייב’ן און אים געזאגט: “רבי, האט קיין פאראיבל נישט. כ’האב נעכטן אריבערגעכאפט די מאס. געווען אביסל מבוסמ’דיק. ‘עד דלא ידע’. זייט מיר מוחל, רבי”.דערציילט” (ניו יארק, תרפ”ח, זייטן 311-312) וועגן א “פורים-רב” אין דער ישיבה פון וואלאזשין, וואס האט פוגע געווען אין כבוד פון דעם ראש ישיבה, ר’ הערש לייב (דער נצי”ב).

געוויינלעך פלעגט מען אויסקלייבן אלס “פורים-רב” אין וואלאזשין איינעם מיט א שארפן קאפ, מחמת ער האט געדארפט קענען זאגן פורימ’דיקע תורה, פאלשע פלפולים, נישט געשטויגענע און נישט געפלויגענע חילוקים, צונויפפירן א וואנט מיט א וואנט – אויפן פורמ’דיקן שטייגער.

אין א פורים האט דער “פורים-רב” אב

“חלילה”, אנטפערט אים ר’ הערש לייב. “איך האב אויף דיר קיין פאראיבל נישט. די וועלט זאגט: וואס ביי א ניכטערן אויף דער לונג, איז ביי א שיכור’ן אויף דער צונג. איז דאך אייגנטלעך א קשיא: וואס טוט מען אזוי פיל מעשים ביי א שאלת הריאה. שוחטים ווערן פארמאטערט אראפנעמענדיק א סירכא. רבנים זוכן א היתר ביי א הפסד מרובה. קצבים שטעלן איין זייער אייגנס – ס’איז דאך פאראן א פשוטע עצה, מ’זאל דער בהמה געבן א טרונק בראנפן פאר דער שחיטה, וועט דאס וואס ס’איז אויף דער לונג ארויס אויף דער צונג. איז דער תירוץ, אז דער כלל איז בלויז ביי א מענטש, אבער נישט ביי א בהמה…”.

ליפסאן באמערקט: לויט אנדערע, איז דער ראש ישיבה דעמאלט געווען נישט ר’ הערש לייב, נאר ר’ יאשע בער (סאלאווייטשיק).

אין זיין העברעאישן בוך, “מדור דור” (דריטער טייל, זייטן 185-186) זאגט ליפסאן, אז די מעשה ווערט אויך דערציילט פון ר’ איצעלע, דעם זון פון ר’ חיים וואלאזשינער.

הרב יהודה לייב פישמאן-מיימון, ווידער, גיט איבער אין זיין בוך “חגים ומועדים” (ירושלים, תש”ד, זייטן קכח-קכט), אז די מעשה האט פאסירט מיט ר’ חיים וואלאזשינער.

ר’ חיים וואלאזשינער, זיין זון ר’ איצעלע, ר’ יאשע בער און דער נצי”ב, זיינען אלע געווען ראשי ישיבה אין וואלאזשין. מיינט דאס נישט, אז די וואלאזשינער ישיבה האט א “מאנאפאל” אויף דער מעשה.

ר’ צבי יחזקאל מיכלזאן דערציילט אין זיין אריינפיר צום ספר “צבא רב” (חידושים אויף משניות, פון ר’ צבי הירש לוין, פיעטריקאוו, תרס”ח), דאס זעלביקע פון ר’ צבי הירשל לוין, בערלינער רב.

ר’ אברהם איטינגא ברענגט אין זיין “שיחת תלמידי חכמים החדש” (מונקאטש, תרס”ט, זייט 9) די דאזיקע מעשה אין נאמען פון ר’ יחזקאל לאנדא, דעם “נודע ביהודה”. און אזוי ווערט אויך דערציילט אין תורה-זשורנאל “אהל יצחק” (אדר, תר”ע), וואס איז דערשינען אין סאטמאר.

לויט ר’ חיים בלאך, אין זיין דייטשן בוך “אסטיודישער הומאר” (בערלין, 1920, זייטן 145-146), איז דער רב, וואס דער “פורים-רב” האט געהאט אנגערירט זיין כבוד, געווען ר’ יונתן אייבעשיץ.

גרשום באדער דערציילט פון אזא פורים-מעשה, וואס איז פארגעקומען ביי ר’ שמעון סופר, דעם רב פון קראקע, און אז ער איז דעמאלט געווען אין הויז פון קראקעווער רב.

לאמיר דא ברענגען דאס עדות פון גרשום באדער, ווייל די דאזיקע מעשה האט געהאט א טראגישן סוף.

באדער שרייבט אין זיין בוך “מיינע זכרונות” (בוענאס איירעס, 1953), אין קאפיטל “דער לעצטער פורים ביי ר’ שמעון סופר און זיין פטירה”:

ר’ שמעון סופר איז געזעסן ביי דער פורים-סעודה מיט זיינע בני בית. כסדר פלעגן אריינקומען מענטשן מיט מאסקעס. יעדעס האט אנגעזאגט זיין “פזמון”, און באקומען א גלאז וויין מיט א שטיק קוכן און א מזומנ’ע נדבה.

צווישן אנדערע איז דאן פלוצים אנגעקומען א גרופע מאסקירטע “חסידים”. איינער פון זיי איז געלאפן פאראויס און האט א אויסגעשריען: “מאכט א ווארע. דער ‘פורים-רב’ איז דא”. אט דער “פורים-רב” האט נישט געטראגן קיין מאסקע. צו זיין פנים איז געווען צוגעקלעפט א בארד, וואס איז געווען זייער ענלעך צו ר’ שמעון סופר’ס בארד.

  • לאמיר הערן וואס דער “פורים רב” האט צו זאגן – האט ר’ שמעון סופר א זאג געטאן.

האט דער “פורים רב” אנגעהויבן זאגן א “פלפול”, וואס קיינער האט נישט געקענט נאכפאלגן.

  • עס וואלט זיך זייער גענויטיקט – האט ר’ שמעון סופר איבערגעשלאגן דעם “פלפול” – אז דער “פורים-רב” זאל זיין דרשה זאגן אביסל לאנגזאמער, כדי יעדער זאל אים קענען פארשטיין.
  • אז איך וועל מיין דרשה זאגן לאנגזאמער, וועט זי דען עמיצער פון אייך פארשטיין? – האט דער “פורים-רב” געענטפערט מיט חוצפה – דא האט מען דאך נישט מער אין זינען דאס לערנען, נאר מען גיט זיך כסדר אפ מיט פאליטיק…

ר’ עקיבא קארניצער, דעם רב’ס איידעם, האט זיך גענומען ארויסשטופן דעם מענטש פון שטוב.

  • לאז אים – האט דער רב געזאגט. – איך בין נייגעריק צו וויסן, וואס ער וויל זאגן.

דער לייענער וועט מיר מוחל זיין, ווען איך וועל דא איבערהיפן אטלעכע פאראגראפן פון באדער’ס זכרונות. איך קען נישט און טאר נישט איבערחזר’ן די באליידיקונגען, די גראבע און חוצפה’דיקע ווערטער, מיט וועלכע דער “פורים-רב” האט גערעדט צום קראקעווער רב.

  • עז פנים לגיהנם – האט דעם רב’ס איידעם א געשריי געטאן – ארויס פון דאנען!
  • א שיכור ווייסט נישט וואס ער רעדט – האט דעם רב’ס אן אייניקל אריינגעווארפן א ווארט.
  • וואס ביי א ניכטערן אויף דער לונג, איז ביי א שיכור אויף דער צונג – האט דעם רב’ס איידעם געזאגט.
  • דאס איז בלויז געזאגט ביי א מענטש – האט דער רב זיך געוויצלט, – אבער נישט ביי א בהמה…
  • וואס מיינט דער שווער דערמיט? – האט דעם רב’ס איידעם געפרעגט.
  • “גאר פשוט – האט דער רב געענטפערט – ווען דאס באוואוסטע ווערטל: ‘וואס ביי א ניכטערן אויף דער לונג, איז ביי א שיכור אויף דער צונג’, וואלט אנגעגאנגען ביי א בהמה, וואלט מען נישט געדארפט האבן קיין בדיקת הריאה, ווייל עס וואלט געווען גענוג צו געבן דער בהמה, פאר דער שחיטה, א טרונק בראנפן, וואלט מען געזען אויף דער צונג וואס עס טוט זיך אויף דער לונג…”.

דער “פורים-רב” און זיין חבריא זיינען ארויס פון הויז, אבער די באליידיקונג האט געמאכט א שטארקן רושם אויפן רב. דער רב האט אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן געליטן פון אסטמא און הארץ-פארפעטונג. באלד נאך דער מעשה האט דער רב פארלאזט דעם טיש. ער איז אריין אין זיין צימער, וואו ער איז אוועקגעפאלן א קראנקער. צוויי טעג נאך פורים איז ער נפטר געווארן.

אלגעמיינער זשורנאל

March 17, 1995