א פאר ווערטער וועגן דעם גרויסן עסקן אלעקס שלעזינגער ז”ל

Print Friendly, PDF & Email

ר’ אלכסנדר (אלעקס) שלעזינגער ז”ל וואס איז אוועק פון אונז די טעג איז געווען אן עסקן פון גרויסן פארנעם. פון יוגנט אן האט געברענט זיין נשמה מיט אהבת ישראל. די גרויסע טראגעדיע פון אונזער פאלק אין דער היטלער ימ”ש עפאכע און זיינע פערזענלעכע ליידן אין די דאזיקע יארן – ער איז געווען א אונגאריש-אידישער צוואנגס-ארבייטער אויף דעם דייטש-רוסישן פראנט און איז געווען פארשיקט אין אויזוויץ – האבן נאך מער פארשטארקט זיין ליבשאפט צו אלע אידן און זיין גרייטקייט זיי צו העלפן און דינען.

אלעקס איז געווען פארבונדן מיט אלערליי אידישע ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס. ער איז געווען פון די ערשטע וואס האבן גערופן דעמאנסטרירן פאר רוסישע אידן און האט געשפילט א פראמינענטע ראלע אין “אל תידום” און אין דער “אינטערנאציאנאלער ליגע פאר דער רעפרעטיאציע פון רוסישע אידן”. נאכ’ן טויט פון הרב הערשל בראנשטיין ז”ל, האט ער אנגעפירט מיט די אקטיוויטעטן פון “אל תידום”.

מיין ערשטער קאנטאקט מיט אלעקס איז טאקע געווען וועגן רוסישע אידן.

ווען מיר האבן זיך נאנטער באקאנט האט זיך ארויסגעוויזן אז מיר האבן סך בשותפות. ביידע זיינען מיר געווען תלמידים פון זאב זשאבאטינסקי און וועטעראנען פון ארגון צבאי לאומי.

וויל איך דא זאגן א פאר ווערטער וועגן דאם:

אלעקס איז געווען פאר דער מלחמה אקטיוו אין בית”ר, די ציוניסטיש-רעוויזיאניסטישע יוגנט-ארגאניזאציע, אין רומעניע. יונגערהייט איז ער באצויבערט געווארן פון דער אויסערגעוויינלעכער פערזענלעכקייט פון זשאבאטינסקי, דעם גאר-גרויסן רעדנער און וואונדערבארן שרייבער, און פון זיין אידעאלאגיע און פאליטישן פראגראם, ספעציעל פון זיין רוף צו אקטיוויזם. אלע זיינע יארן איז אלעקס פארבליבן זשאבאטינסקי’ס א פארברענטער חסיד.

נאך דער מלחמה האט ער זיך אנגעשלאסן צו זשאבאטינסקי’ס תלמידים וואס האבן אין ארץ ישראל אנגעפירט דעם קאמף קעגן דער ענגלישער אדמיניסטראציע. ער איז געווען טעטיק אין ארגון צבאי לאומי אין רומעניע און אין איטאליע.

דא אין ניו-יארק פלעגט אלעקס איינארדנען אין חודש תמוז אן אסיפה אין זכר פון הערצל און זשאבאטינסקי, וואס ביידע זיינען זיי נפטר געווארן אין דעם מאנאט.

אין זומער 1964 האט מען אריבערגעפירט קיין ירושלים די ביינער פון זשאבאטינסקי, וועלכער איז נפטר געווארן און באערדיקט געווארן אין ניו-יארק אין 1940.

אלעקס איז געווען אין דער קליינער גרופע וואס אין איינעם מיט זשאבאטינסקי’ס זון ערי, האבן באגלייט דעם ארון. פון פליפלאץ אין לוד האט מען דעם ארון צוערשט געפירט קיין רמת גן און תל-אביב, כדי אידן פון די דאזיקע שטעט זאלן האבן די מעגלעכקייט אפגעבן דעם לעצטן כבוד דעם גרויסן אידישן מנהיג. א טאג שפעטער האן מען דעם ארון געברענגט קיין ירושלים.

אלעקס, וואס האט אנגעפירט מיט א גרויס פלייש געשעפט, האט ווי ס’געשיקט זיך, געהאט א רעזערוואציע אין א גרויסן האטעל אין תל-אביב. דער שרייבער פון די דאזיקע שורות האט, ווי ס’פארשטייט זיך, נישט געהאט וואו צו שלאפן. אלעקס האט מיך אריינגענומען אין זיין האטעל צימער אין תל-אביב.

אין א צייט ארום איז אנגעקומען קיין ניו-יארק אלי תבין, וואס איז געווען איינער פון די קאמאנדירן פון ארגון אין אייראפע. ער איז געקומען פרעזענטירן סערטיפיקאטן, געחתמ’ט פון מנחם בעגין, און מעדאלן פון ארגון צו מענטשן וואס זיינען געווען אקטיוו אין אצ”ל אין פארשידענע גלות-לענדער און האבן זיך איצט געפונען אין אמעריקע. אלעקס האט תבין שטארק צוגעהאלפן ארגאניזירן דעם פייערלעכן אוונט אויף וועלכן מען האט באערט די דאזיקע וועטעראנען פון ארגון.

דר. אלי תבין ע”ה, וואס האט מחבר געווען א בוך אין העברעאיש וועגן די אקטיוויטעטן פון אצ”ל אין אייראפע אין די יארן 1948-1946 מיט’ן טיטל “החזית השניה” (“דער צווייטער פראנט”), האט אלעקס’ן זייער ליב געהאט. ווען ער איז געווען מיט עטלעכע יאר צוריק אין ניו-יארק און האט זיך דערוואוסט אז אלעקס און זיין פרוי בעלא זיינען ביידע שווער קראנק איז ער געווען שטארק צעטראגן.

אין 1980 האט אלעקס באקומען – גלייך מיט אנדערע אלטע רעוויזיאניסטישע טוערס – פון פרעמיער מנחם בעגין דעם זשאבאטינסקי מעדאל – וואס איז געווארן ארויסגעגעבן צוליב דעם הונדערטסטן געבוירנטאג פון דעם ציוניסטישן מנהיג – פאר זיין לאנגיאריקן דינסט צו דער פארטיי. די צערעמאניע פון צוטיילן די מעדאלן איז פארגעקומען אין האטעל וואלדורף אסטאריא אין ניו-יארק. ס’איז געווען א שיינער צונויפטרעף, אבער אס איז געווען אויך א קליינע שטארונג, וואס איך דארף מיך אפשר אנטשולדיקן פאר דעם. מיין זון ד”ר אהרן שמואל איז געווען א הייסער חסיד פון הרב מאיר כהנא הי”ד. דעמאלט איז כהנא געזען אין תפיסה אין ישראל. ביים פארטיילן די מעדאלן האט מען פלוצים געהערט א קול פון עק האל: “פארוואס האט מען איינגעזעצט כהנא’ן?”. דאס איז געווען מיין תכשיט. ד”ר מרדכי הכהן, וואס האט דעמאלט פארנומען א הויכע פאזיציע אין בנק לאומי אין ניו-יארק און איז געווען דער הויפט-ארגאניזאטאר פון פארטיילן די מעדאלן, איז צוגעקומען צו מיר מלא כעס און האט מיר אויסגעמוסרט פארוואס איך גיב נישט אכטונג אויף מיין זון. נאר וואס האב איך געקאנט טאן? מיין פרוי האט מיטגענומען אונזערע קינדער זיי זאלן זען ווי דער טאטע קריגט א מעדאל פון בעגין. אבער מיין זון שמואל אהרן האט געהאט זיינע אייגענע פלענער.

איבעריק צו זאגן אז אלעקס איז געווען איבערגעגעבן צו בעגין בלב ונפש. ווען בעגין איז געקומען קיין ניו-יארק פלעגט אלעקס גיין אים זען אין זיין האטעל. ער האט מיר דערציילט אז איין מאל איז ער געקומען צו בעגין אין דער פרי. מען האט אים נישט באלד צוגעלאזן. האט ער געקלערט מסתמא האלט בעגין אין מיט’ן דאוונען. ווען ער איז שוין געווען אינעווייניק ביי בעגין, און בעגין איז ארויס פון צימער אויף א פאר מינוט האט אלעקס דערזען דאס רענצל פון בעגין וואס איז געווען האלב-גע’עפענט. אויבן אן זיינען געווען בעגין’ס טלית און תפילין.

בעגין האט טעקע געדאוונט און געלייגט תפילין יעדן טאג. דאס ווייסן מיר אויך פון די שוועסטערס וואס האבן אים באדינט ווען ער איז געלעגן קראנק אין שפיטאל. ווען די ליובאוויטשער יונגע לייט, וואס פלעגן גיין אין די שפיטעלער לייגן תפילין מיט די קראנקע, זיינען צוגעגאנגען צו בעגין האט ער זיי געזאגט: “וואס ווילט איר, איך זאל לייגן תפילין צוויי מאל א טאג.”

אלעקס האט מזכה געווען בעגין, יצחק שמיר אין אנדערע ישראל פערזענלעכקייטן מיט דער מצוה פון דערמוטיקן אידישן חינוך. ער איז געווען אקטיוו אין פארשידענע אידישע חינוך אינסטיטוציעס. געווען פון די גרינדער פון טורא קאלעדזש און געווען כמעט צוואנציק יאר פרעזידענט פון דער ישיבה פון קראון-הייטס אין ברוקלין. ווען די ישיבה האט געהאט איר יערליכן דינער, האט אלעקס געשריבן צום פרעמיער מיניסטער און אנדערע פירער פון ישרא זיי זאלן צושיקל באגריסונגען צו דער ישיבה און פאר די פארשוינען וואס וועלן צאערט ווערן ביים דינער. אין “דינער זשורנאל” פון דער קראון-הייטס ישיבה זיינען אפגעדרוקט בריוון וואס מנחם בעגין, יצחק שמיר, יצחק ראבין, שמעון פארעס און אנדערע פערזענלעכקייטן האבן צוגעשיקט דער ישיבה אויפן פארלענג פון אלעקס שלעזינגער.

ווען אלעקס איז באערט געווארן פון דער ישיבה האט בעגין זיי צוגעשיקט א טעלעגראמע פול מיט לויב פאר זיין גוט’ן פריינד וואס אלע יארן ארבעט ער לטובת מדינת ישראל און פאלק ישראל. “איר האט נישט געקענט אויסקלייבן, פאר געבן כבוד א מער נאבעלער פארשוין ווי שלעזינגער. ער רעפרעזענטירט אלץ וואס איז גוט ביי אידן”, האט בעגין געשריבן.

אליעזר וויזעל האט אין זיין בריוו צו דער ישיבה גערימט די געוואלדיקע אהבת ישראל פון שלעזינגער, וועמען ער קען א סך יארן ווי אן איבערגעגעבענער קעמפער פאר ישראל און רוסישע אידן.

אלעקס, ווי געזאגט, איז געווען אקטיוו אין א סך אידישע ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס. ער וועט אונז אלעמען אויספעלן. יהא זכרו ברוך!

אלגעמיינער זשורנאל

February 28, 1997